|
א טייערער ברודער! זעה זיך צו שטארקן מיט אלע וועגן אויף די וועלט, ווייל עס איז נישט קיין עצה צו זיין אזוי צובראכן פון אלעם וואס גייט אויף דיר אדורך, ווייל דו הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה): ווער עס ציט זיך מער צו צער, ציט זיך די צער מער נאך אים, ווייל ווי מער די וועסט טראכטן פון דיין צער, אזוי וועלן גרעסער און שווערער זיין אויף דיר דיינע צרות און ביטערניש נאך סאך מער, און דערפאר, פארוואס פעלט דיר אויס שטענדיג צו טראכטן פון דיין שווערן מצב, ס'איז דאך סאך בעסער פאר דיר זיך צוגעוויינען צו פארגעסן אלעס וואס איז דורכגעגאנגען אויף דיר. אזוי ווי דער רבי זכרונו לברכה האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן כ"ו): אז ביי די וועלט איז די מדה פון פארגעסן נישט קיין גוטע זאך, אבער באמת איז שכחה זייער א גוטע זאך, ווייל אן שכחה וואלט א מענטש גארנישט געקענט טוהן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווייל אלעס וואס איז אים אדורכגעגאנגען פון פריער וואלט אים שטענדיג פארמישט זיינע געדאנקען, סיי זיינע ירידות און נפילות ברוחניות, און סיי זיינע איבערגייענישן בגשמיות, סיי אין שטוב און סיי ביי פרנסה, בפרט דאס וואס דער מענטש טראכט כסדר "איך וואלט בעסער געדארפט טוהן אנדערש...", אבער דורך שכחה קען ער פארגעסן זיין גאנצע פארגאנגענהייט אזוי ווי עס וואלט אינגאנצן נישט געווען, און אנהייבן פון דאסניי, דערפאר זעה אויך אזוי זיך צו צוגעוואוינען צו גיין אין דעם וועג, מסיח דעת צו זיין יעדע מאל פון אלעם וואס גייט איבער אויף דיר, און נעם ארויס פון קאפ דיין גאנצע פארגאנגענהייט ווי ס'וואלט גארנישט געשען, און הייב יעדעס מאל אן א נייע התחלה, נאר זיך צו ציען צו השי"ת און דאס וועט אין דיר אריינברענגען א גוטע האפענונג און דו וועסט ווערן געהאלפן מיט אלעם וואס ס'פעלט דיר. ב דו דארפסט וויסן, אז אויף דער וועלט איז אלעס אינגאנצן באהאלטן פונעם מענטש, ער ווייסט נישט וואס מ'קען אנרופן א מציאה און א גוטע מזל, און וואס אנצורופן אז דאס איז צרות און יסורים און אז "ס'גייט שלעכט". ווייל טייל מאל איז דער מענטש זוכה צו א גרויסע עשירות, און צום סוף ווערט עס אויף אים איבערגעדרייט, אפי' נאך אויף די וועלט, צו זייער א גרויסע שלעכטס און אוודאי אויף יענע וועלט אזוי ווי עס שטייט (קהלת ה'): "עֹשֶר שָמוּר לִבְּעָלָיו לְרָעָתוֹ" - עס איז דא אן עשירות וואס ברענגט נאר שלעכטס פאר זיין בעל הבית, און אזוי אויך פארקערט, עס זענען דא די וואס האבן ארעמקייט און יסורים און באמת איז עס פאר זיי א טובה אפי' נאך אויף די וועלט און אוודאי אויף יענע וועלט. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו, זוטא פרק י"א): די אנהויב פון די צדיקים איז יסורים און זייער סוף איז רואיג און צופרידן. נאך מער האבן זיי געזאגט (מדרש תנחומא פרשת כי תצא): א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען די יסורים קומען אויף אים ווייל די יסורים ציען דעם מענטש צו השי"ת. און וועגן דעם ווייסט נישט דער מענטש אמת'דיג וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, ווייל עס קען זיין וואס ער טראכט אז עס איז שלעכטס איז גאר א גרויסע טובה פאר אים, און דאס זעלבע פארקערט, וואס ער טראכט אז עס איז גוטס, איז באמת זייער שלעכט פאר אים. און אז דו וועסט אביסל אריינטראכטן וועסטו פארשטיין, אז דער עיקר גוטס און אמת'ע פארדינסט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז נאר, אז ער איז זוכה צו טרעפן אין יעדן איינציגן טאג די גוטסקייט וואס ליגט אין דעם טאג, וואס דאס איז הקב"ה אליין. אזויווי עס שטייט (תהלים קמ"ה): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָיו" - השי"ת איז גוט צו אלע מענטשן, אפי' צו די רשעים, און זיין רחמנות איז אויף אלע זיינע מעשים. ווייל עס איז נישט דא נאך אזא אמת'ע אייביגע גוטס ווי דאס דביקות אין השי"ת. ג וועגן דעם דארפסטו זיך שטענדיג ציען נאר צו השי"ת, און דו דארפסט וויסן אז אלע צרות און יסורים וואס השי"ת שיקט אויף דיר איז נאר דיר מקרב צו זיין, נישט דיר צו דערווייטערן ח"ו. דעם כלל זאלסטו גוט אריינעמען אין דיר וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ס.): אלעס וואס השי"ת טוט איז צום גוטן. אפי' יעצט זעסטו נישט די טובה וואס קומט ארויס פאר דיר פון די צרה, פון דעסטוועגן דאך דארפסטו גלייבן, אז פון אים גייט נישט ארויס קיין שום שלעכטס און אין א יעדע זאך ליגט פארבארגן און באהאלטן גוטס פאר דיר. וועגן דעם געוויין זיך איין שטענדיג צו לויבן דעם אייבערשטן, און דערמאן זיך די גרויסע חסדים וואס ער האט שוין געטוהן מיט דיר ביז יעצט און דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דעם, אפי' יעצט, צוליב דיינע שווערע איבערגייענישן און דיין עניות ודחקות איז דיר אזוי ביטער, אז דו האסט שוין אינגאנצן פארגעסן די אלע טובות וואס ער האט געטוהן מיט דיר און ס'דאכט זיך דיר אז אלעמאל האסטו נאר געהאט שלעכטס ח"ו. ברודער, ברודער! וויאזוי ס'איז, הייב אן זיך צו דערמאנען וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען אין פארשידענע צרות און פראבלעמען און דאך האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף דיר און דיר ארויסגענומען פון די חשכות און יסורים, אזוי האף יעצט אויך אז ער וועט דיר העלפן, נאר זיי זיך נישט מייאש ח"ו אפי' אין דיינע שווערסטע מצבים וואס גייט אויף דיר יעצט אדורך. ד ברודער, ברודער! אפי' עס גייט דיר אדורך שוועריגקייטן לאז דיך נישט צובראכן ווערן. געדענק דאס וואס די הייליגע חכמים זאגען (ברכות ה.): מה דאך צוליב א געשעדיגטע ציין אדער אויג גייט אן עבד ארויס פריי, יסורים וואס רייניגן אויס די גאנצע גוף פונעם מענטש איז זיכער אז מ'ווערט באפרייט פון פארשידענע צרות, און ווער ווייסט פון וויפיל שווערע און ביטערע עונשים דו וועסט ווערן גע'פטר'ט דורך דיינע יסורים?! דערפאר, זעה מיין געליבטער ברודער, צו שווייגן, און נישט מהרהר זיין נאך השי"ת. אזוי ווי חכמינו ז"ל האבן געזאגט (ברכות נ"ו): וויאזוי איז מען ריכטיג מקבל די יסורים, דורכן שווייגן. און נאך האבן זיי געזאגט (תענית ח.): א יעדער וואס פריידט זיך מיט די יסורים וואס קומען אויף אים ברענגט ער א ישועה אויף די וועלט, איז זיכער אז ווען ער שווייגט און ער פריידט זיך נאך, טראץ אלעס וואס גייט איבער אויף אים, ברענגט ער זיכער א ישועה פאר זיך אליין, ווייל אויב ער ברענגט א ישועה פאר די גאנצע וועלט איז דאך אויף אים זיכער. ה טייערער ברודער, דו דארפסט גוט געדענקען אז טייל מאל ווען עס קומען אויפן מענטש צער און יסורים רחמנא ליצלן, ווערט אינגאנצן צומישט די דעת פון אים און ס'דאכט זיך אים אזוי ווי די גאנצע וועלט איז ארויפגעפאלען אויף אים און אזוי ווי, חס ושלום, אלע צרות, יסורים און שווערע עונשים האבן זיך צוזאמגענומען און קומען אויף איין מאל אויף אים ח"ו, אן קיין שום רחמנות און אן קיין שום הרחבה, און דורך דעם ווערט זיין הארץ אינגאנצן פארקרומט, און עס ווערט אנגעפילט מיט קשיות און ספיקות אויף השי"ת רח"ל, און ער ווערט ח"ו אזוי ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, אז ער קען שוין אפילו נישט עפענען זיין מויל צו אנהייבן בעטן אויף דאס וואס ס'פעלט איהם, זאלסטו וויסן אז דעמאלטס אין יענע רגע אויב דו ווילסט ארויסגיין פון דיין מצב דארפסטו מאכן אן אפטיילונג צווישן איין צרה און צווייטן, זאלסט נישט אויסמישן די צרות אינאיינעם נאר זאלסט דיר מאכן א גערעכטן חשבון. זאל זיין וויאזוי ס'זאל זיין, די צרה איז איין זאך, און עס האט נישט קיין שייכות מיט די צווייטע צרה, און דאס זעלבע, די צווייטע צרה האט נישט קיין פארבינדונג צו די דריטע צרה און אזוי ווייטער. דורכדעם וואס דו וועסט מאכן פאר דיר דעם גערעכטן חשבון, וועסטו זען אז דו האסט נאך אסאך האפענונג ארויסצוגיין פון אלע צרות און יסורים און פטור ווערן אינגאנצן פון זיי, ווייל געווענליך ווען עס נעמען ארום דעם מענטש צוויי, דריי, אדער אפי' פיר צרות, פארלירט ער זיך אינגאנצן און ס'דאכט זיך אים אז די גאנצע צארן פון הימל האט זיך געעפנט אויף אים און ער קומט ח"ו צו יאוש, וואס דאס איז ערגער פון אלעם. דערפאר איז די עיקר עצה, אפצוטיילן צווישן איין צרה און אנדערן וואס דאס האט טאקע יעקב אבינו ע"ה גע'פועלט ביי השי"ת (בראשית ל"ב): "וְרֶוַח תָּשִׂימוּ בֵּין עֵדֶר לְעֵדֶר" - אז אפי' אינמיטן דעם ביטערן גלות זאל נישט קומען איין צרה נאכן צווייטן און מ'זאל נישט אויסמישן די צרות אינאיינעם, וואס דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו טרעפן אסאך הרחבות וואס דער אייבערשטער טוט איהם העלפן אפי' אין די אלע צרות, און ער וועט אינגאנצן פטור ווערן פון זיי, און זיין הארץ וועט אים ברייטער ווערן צוריקצוקומען און בעטן פון השי"ת אלעס וואס ער דארף. ו דו דארפסט וויסן אז דווקא דורך אלעם וואס ס'גייט אויף דיר דורך קענסטו נאנט ווערן צו השי"ת, ווייל באמת אלע זאכן וואס גייען אדורך אויפן מענטש איז נאר כדי ער זאל צוריקקומען צום אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מנחות נג:): אזויווי די זית געבט נישט ארויס זיין אויל נאר דורך צושטויסן, אזוי אויך די אידן קומען נישט צוריק צו השי"ת נאר דורך יסורים, און זיי האבן געזאגט (מדרש רבה פרשת בראשית): דאס וואס שטייט: והנה טוב מאד, דאס איז די מדה פון יסורים, וואס דאס איז זייער גוט ווייל דורכדעם קומט מען צו עולם הבא, ווייל בשעת עס גייט דורך אויף דיר צרות און יסורים און דו ביסט אינגאנצן צובראכן, דארפסטו וויסן, אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה ניצול צו ווערן פון דעם, נאר זיך צו ווענדן צו השי"ת, און דו זאלסט זיך אזוי שטענדיג צוגעוויינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוויינט מיט דעם און דו זאלסט זיך אויסרעדן פאר איהם דיין גאנצע הארץ און אלעס וואס גייט אויף דיר דורך, אינגאנצן בתמימות ובפשיטות, אזויווי א מענטש רעדט מיט זיין גוטען חבר. וואס זאל איך דיר זאגן? ס'איז נישט דא... ס'איז נישט דא... קיין שום אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן פון אלע צרות און יסורים צו השי"ת. אבער דו דארפסט זיך זייער זייער היטן דיין הארץ זאל נישט פארדרייט ווערן מיט עפעס א קרומקייט אז השי"ת איז אין כעס אויף דיר און אז אפשר הערט ער דיר שוין נישט אויס, זאלסטו וויסן אז דאס אלעס איז נאר א דמיון וואס איז אריין אין דיר צוליב דיינע עבירות. אדרבה דו דארפסט וויסן אז אלע צרות און יסורים וואס גייען דורך אויף דיר זענען נאר כדי דו זאלסט אויפהייבן דיינע אויגן צו השי"ת. ווייל נאר וועגן דעם גייט אויף דיר אדורך אזוי סאך. זיי נישט קיין בטלן און עפן דיין מויל און רעד מיט איהם אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט און דעמאלטס וועסטו זוכה זיין במשך די צייט פטור צו ווערן פון אלע ביטערניש און יסורים וואס נעמען דיר ארום. ז ברודער, ברודער! די הייליגע חכמים זאגן (ערכין טז:): א יעדער וואס ס'איז איהם אדורך פערציג טעג אן קיין יסורים, האט ער שוין אפגענומען דא אויף די וועלט זיין גאנצע שכר פון עולם הבא. אויב אזוי, פארוואס דארפסטו זיך אזוי מצער זיין אויף די צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר? דאס אלעס איז דאך נאר פאר דיין אייביגע טובה וועגן אז דו זאלסט גע'פטר'ט ווערן פון די אלע שווערע שטראפן וואס וואלטן געווען ראוי צו קומען אויף דיר. וועגן דעם זיי נישט אזוי צובראכן פון אלעם וואס גייט דיר אדורך, און אזוי האבן די הייליגע חכמים געזאגט (מדרש שוחר טוב תהלים צ"ד): זעה וואס איז די וועג וואס ברענגט דעם מענטש צו חיי עולם הבא? דאס זענען די יסורים. און זיי האבן אויך געזאגט (שם): די יסורים זענען באליבט פאר הקדוש ברוך הוא ווייל דער נאמען פונעם אייבערשטן טוט רוען אויף וועמען די יסורים קומען, און אזוי אויך האבן זיי געזאגט (מדרש רבה פר' ויגש): דער אייבערשטער טוט נישט מייחד זיין זיין נאמען אויף א מענטש ווילאנג ער לעבט, נאר אויף בעלי יסורים, וועגן דעם ווען דו זעהסט אז דו ביזט אזוי ארומגענומען פון אלע זייטן מיט צרות און ביטערניש און עניות ודחקות און דו ליידסט אזוי סאך, זעה, מיין געליבטער ברודער, צו אנטלויפן צו השי"ת און זיי זיך אינגאנצן נישט מייאש. נאר פונקט פארקערט, גרייט זיך אן צו זיין א כלי אז די שכינה זאל רוען אויף דיר. ווייל אין די צייט ווען דו וועסט אננעמען אלע דיינע יסורים מיט ליבשאפט, וועט הקדוש ברוך הוא בכבודו ובעצמו רוען אויף דיר. וועגן דעם וויל איך דיר פרעגן: איז דען נישט ווערט אלע יסורים און אלע שווערע איבערגייענישן וואס דורך דעם וועסטו זיין א כלי אז די שכינה זאל רוען אויף דיר און דו וועסט זוכה זיין צו באלייכטן דיין נשמה מיט די ליכטיגקייט און געוואלדיגע זיסקייט פונעם אייבערשטן? און חכמינו ז"ל זאגן (ילקוט איוב רמז תתק"ח): ווען איוב וואלט נישט געהאט טענות אויף השי"ת ווען ס'איז געקומען אויף אים די יסורים, וואלט מען יעצט געזאגט ביי שמונה עשרה, אלקי איוב, אזוי ווי מען זאגט אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב, נאר ער האט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און האט געהאט טענות אויפן אייבערשטן, דערפאר האט ער פארלוירן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט. ח טייערער ברודער, טראכט נישט אז די הייליגע אבות אברהם יצחק און יעקב זענען צוגעקומען צו זייער מדרגה אז השי"ת האט געמאכט רוען אויף זיי די הייליגע שכינה און זיי זענען געקומען צו די העכסטע מדרגה אן קיין שום פלאגעניש און טירחות. ניין, טראכט נישט אזוי אפי' קיין רגע, נאר געדענק די ווערטער פון חכמינו ז"ל (מדרש תנחומא פרשת עקב): יעדער וואס איז בצער אין אנפאנג איז אים צום סוף זיס. מען זעהט נישט א מענטש וואס זאל האבן אזויפיל צער ווי אברהם, יצחק אדער יעקב, וואס יעדער פון זיי באזונדער האט זיך געפלאגט אין אנפאנג מיט אלע מיני צרות און נסיונות און ס'איז דורכגעגאנגען אויף זיי זייער ביטערע צייטן און זיי האבן נישט געפרעגט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, וואס דורכדעם דווקא האבן זיי זוכה געווען צו קומען צו אזא מדרגה אז זיי זענען געווארן די מרכבה צום אור אין סוף ברוך הוא. דערפאר, דאס זעלבע דו, מיין געליבטער, טייערער ברודער! אפי' איך ווייס אז יעצט איז דיר דאס לעבן זייער שווער און ביטער, אבער אויב דו וועסט זיך יעצט שטארקן, און וועסט נישט האבן קיין טענות אויף איהם, נאר דו וועסט בעטן ברחמים ותחנונים, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך ביים טיר, דעמאלטס, טייערער ברודער, אין יענע רגע וועסטו זוכה זיין צו ווערן א כלי מקבל צו זיין אז די שכינה זאל רוען אויף דיר, און אז די נאמען פון השי"ת זאל גערופען ווערן אויף דיין נאמען, און דו וועסט ווערן די מרכבה צו מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף דער וועלט. ט טייערער ברודער! דארפסט וויסן אז ווען דער מענטש געדענקט שטענדיג דעם אייבערשטן, און ער לייגט גוט אריין אין זיך דאס אמת'ע מציאות אז השי"ת איז דא, און ער פארגעסט נישט פון אים אפי' אויף א קליינע צייט, און כל שכן ווען ער איז זוכה תשובה צו טוהן און זיך דורכצוטראכטן אלעס וואס ער טוט, צו אזוי איז ראוי דורכצוגיין זיין לעבן אויף דער וועלט און ער רעדט שטענדיג צום אייבערשטן (אויף זיין מאמע לשון), דעמאלטס איז ער זוכה אז מען שרייבט אים אן צום גוטן און מען איז מבטל פון איהם אלע זיינע יסורים און ביטערניש, און עס איז אינגאנצן נישטא אויף איהם קיין דין אויף יענע וועלט. אויב אבער ער אנטלויפט נישט צום אייבערשטן און ער טראכט נישט פון איהם, און כל שכן ווען ער רעדט נישט מיטן אייבערשטן און ער קוקט זיך נישט דורך וואס ער טוט אויף דער וועלט, דעמאלטס, דערווייטערט זיך דער אייבערשטער פון אים און עס פארמערן זיך זיינע צרות און יסורים. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא פרשת בהר): ווען ס'קומט אן אויפ'ן מענטש א צרה און ער טוט תשובה, ראטעוועט אים הקב"ה פון די צרה און אויב נישט, ברענגט אים הקב"ה נאך א צרה. דערפאר, מיין געליבטער ברודער, זעה שטענדיג צוריקצוקומען צו השי"ת און ברענג שטענדיג אריין אין דיר די אמת'ע מציאות אז השי"ת איז דא מיט דיר, און געדענק איהם די גאנצע צייט און קוק דורך אלעס וואס דו טוסט אויף דער וועלט און דורך דעם וועסטו זוכה זיין זיס צו מאכן אלעס און עס וועט דיר שטענדיג לייכטן נאר די ליכטיגקייט פון השי"ת. י טייערער ברודער! דו דארפסט וויסן אז אמאל שטארקן זיך די יסורים און ביטערניש אזוי שטארק אויפן מענטש ח"ו אז ס'איז אים שווער בייצושטיין דעם נסיון אלעס אנצונעמען ריכטיג באהבה, און צו וויסן און צו גלייבן אז אלעס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה. איז די עיקר עצה נאר צו אנטלויפן צום אמת'ן צדיק וואס ער נעמט זיינע תורות פונעם גרויסן צדיק אמת וואס האט שוין זוכה געווען ארויף צו גיין מיט זיינע השגות וואו ער איז ארויפגעגאנגען און ער איז נכלל געווארן וואו ער איז נכלל געווארן, און ער האט אראפגעברענגט אזעלכע געטליכע השגות, וואס דורך דעם קענען אלע נתקרב ווערן צום אייבערשטן. ווייל דער צדיק אמת וואס איז גרויס מיט א מורא'דיגע און וואונדערליכע מדרגה איז עוסק זיין גאנץ לעבן זיך אינגאנצן מבטל צו זיין צו השם יתברך, ביז ער איז זוכה צו דעם מיט א געוואלדיגע שלימות. און נאכדעם גייט ער אראפ צו זיינע תלמידים וואס זיי זענען די אמת'ע צדיקים און ער איז זיי מגלה וואונדערליכע חידושי תורה, און זיי ברענגען דאס אראפ נאך מער און טוען דאס מסביר זיין און ארויסברענגען אזוי פשוט, אז אפילו די גאר פראסטע און זייער געפאלנסטע וואס זענען זייער מגושם'דיג און זייער פארשמירט, זאלן אויך זוכה זיין אראפצוברענגען אויף זיך דאס געשמאקע זיסע ליכטיגקייט פון די הייליגע שכינה. וועגן דעם בשעת דו זעהסט אז ס'איז דיר שווער אנצונעמען די צרות און יסורים און ביטערנישן, זעה צו אנטלויפן צו די אמת'ע צדיקים וואס זיי זענען די אמת'דיגע תלמידים פונעם גאר גרויסן צדיק און דורך דעם וועט פון דיר אלעס נמתק ווערן. יא טייערער ברודער! זעה זיך צו שטארקן און פאל נישט אזוי אראפ ביי דיר פון יעדע זאך אויף דער וועלט. ס'איז טאקע אמת אז דיינע צרות זענען טאקע צרות, אבער דאך, זעה זיך צוצוגעוויינען צו טרעפן שטענדיג הרחבות אין דיינע צרות, וואס דורך דעם וועסטו זוכה זיין נאכדעם אינגאנצן פטור צו ווערן פון דעם. ווייל באמת אלע פראבלעמען און יסורים און שטערונגען קומען נאר אויפן מענטש אים צו פרואוון צו זעהן צו וועם ווענדט ער זיך אין א צייט וואס ס'איז אים ענג. און אז ער איז שטארק און פעסט ביי זיך, און ער נעמט אן מיט געדולד אלעס וואס קומט אויף אים, און ער גייט נאר בעטן דעם אייבערשטן אליין, ווערט דורך דעם ממילא בטל פון אים אלעס, ווייל אלע צרות און יסורים וואס גייען דורך אויפן מענטש זענען נאר אים צו פרואוון מיט דעם נסיון, צו זעהן צו וועם ער וועט זיך ווענדן ווען ס'איז אים ענג. אויב אנטלויפט ער צום אייבערשטן איז ער זוכה איבערצודרייען פון "צרה" צו "צהר" און ס'ווערט אים אלעס ליכטיג. און דאס זאגן חכמינו ז"ל (ברכות ס"ג.): דער וואס טוט ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זיין צער דאפעלט מען אים זיין פרנסה, דאס מיינט אז אפילו אינמיטן זיינע צרות ויסורים ברענגט ער אריין דאס אמת'דיגע מציאות אז דער אייבערשטער איז דא און אלעס קומט פון אים און ער וויל מיר נאר גוטס טוהן, מיט דעם ברענגט דער מענטש ארויף אויף זיך אזא ליכטיגקייט ביז זיין פרנסה דאפעלט זיך בגשמיות. און אויך ברוחניות איז ער זוכה צוצוקומען צו גרויסע השגות וואס ער וואלט נישט געקענט צוקומען דערצו אן דעם וואס ער זאל וויסן אז איך אליין קען זיך גארנישט העלפן אן דעם אייבערשטן. און אזוי זאגן חכמינו ז"ל (מדרש שוחר טוב, תהילים כ'): הקב"ה האט געזאגט, ווען ס'קומט אן א צרה צו אידן און זיי בעטן פון מיר איך זאל זיי העלפן און זיי שטעלן צו מיין כבוד צו זיך, אין דעם מאמענט ענטפער איך זיי. דעריבער, זעה פון אלע דיינע זאכן זיך אומצוקערן צום אייבערשטן, און אלעס וואס גייט אויף דיר אדורך זעה אנצונעמען מיט געדולד און סבלנות, און דאס וועט אריינברענגען אין דיר א פרישע געטליכע חיות, וואס דעמאלטס וועט נשפע ווערן אויף דיר א גרויסע שפע ברוחניות און בגשמיות. יב טייערער ברודער! פארוואס און אויף וואס ארויף דארפסטו אזוי אראפפאלן ביי זיך פון דיינע צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר? פארוואס זאלסטו זיך נישט צוגעוואוינען צו רעדן מיט השי"ת? ער וועט דיר דאך זיכער אויסהערן, ווייל אויב דו ביסט זוכה גוט אריינצוטראכטן, זעהסטו קלאר אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר געטליכקייט, און אלעס ווערט געפירט מיט זיין השגחה פרטית. דערפאר איז דאך בעסער פאר דיר צו קומען צו אים מיט דיינע אלע צרות און ביטערניש, ווייל א מענטש, א בשר ודם, וועט דיר ממילא נישט פארשטיין. דערפאר אנטלויף יעצט צו השי"ת און דערצייל נאר פאר איהם דיין גאנצע הארץ און אלעס וואס גייט דיר אדורך. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות פ"ט הלכה ה'): ווען ס'קומט אויפן מענטש א צרה, זאל ער נישט שרייען צו מלאך מיכא-ל און נישט צו מלאך גבריא-ל, נאר צו הקב"ה אליין, און ער וועט אים זיכער ענטפערן. דערפאר דארפסטו נישט אזוי אראפפאלן פון יעדע זאך, נאר געוויין זיך צו קומען שטענדיג צו איהם און ער וועט דיר ענטפערן מיט רחמנות און ליבשאפט, אפי' דו דארפסט ווארטן ביז מ'העלפט דיר פון הימל. וואס איז? ווי מער סבלנות, געדולד און בטחון דו וועסט האבן ביי דיין תפילה, וועסטו זוכה זיין ס'זאל אנקומען נאך א שענערע ישועה פון דאס וואס דו האסט געטראכט. יג ברודער טייערער! געדענק אז אלע צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר זענען נאר פשוט ווייל ס'פעלט דיר די ריכטיגע דעת, ווייל דורך די אלע זאכן וואס צומישן דיך אינגאנצן האסטו פארלוירן דעם קלארן דעת, דו האסט פארגעסן פונעם בורא כל עולמים וואס נאר דאס ווערט אנגערופן דעת אזוי ווי ס'שטייט (דברים ד'): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעֲת כִּי השם הוּא הָאֱלֹקִים אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ", דו ביסט געוויזן געווארן בשעת קבלת התורה אז דער אייבערשטער ער איז דער ג-ט וואס געוועלטיגט איבער אלעס, ס'איז נישט דא נאך איינער אויסער איהם. און וועגן דעם פילט דער מענטש זיינע צרות און יסורים ווייל ווען ער וועט אמת'דיג טיף אריינטראכטן וועט ער זעהן, אז אלע צרות און יסורים איז נאר ווייל ס'פעלט אים דעם ריכטיגן דעת און ער טראכט אז ס'איז דא א מציאות פון טבע, און ער מיינט אז עס קומט פון זיך אליין וואס פון דעם ליידט ער זיינע צרות און יסורים ווייל ער ווייסט נישט אז אלעס איז מיט די וואונדערליכע השגחה פון השם יתברך וואס פירט אלעס, און דאס איז די עיקר טומאה ווען ער פאלט אריין אונטער די טבע וואס דאס איז חסרון הדעת וואס דעמאלטס פילט ער די ווייטאג פון זיינע צרות און ער איז צוקלאפט און צובראכן. אבער אויב ער איז זוכה אפצומאכן זיין דעת און ער ווייסט קלאר און דייטליך אז עס איז נישטא קיין שום מציאות אן השם יתברך, און אלעס אויף דער וועלט איז נאר געטליכקייט נאר דער אייבערשטער האט זיך באהאלטען אין די זאכן וואס מיר זעהען פאר אונזערע אויגן און ער ווייסט אז אין יעדן קליינעם ריר וואס רירט זיך אויף דער וועלט איז דארטן דער בורא כל עולמים, דעמאלטס דווקא וועט ער זוכה זיין ס'זאל איהם אלעס איבערגעדרייט ווערן צום גוטן און ער וועט נאר זעהן ישועות מיט חסדים. יד ליבער ברודער! דו דארפסט וויסן אז ווען דער אייבערשטער שיקט אויפן מענטש יסורים ח"ו, אדער ווען דו זעהסט א צווייטנס צרות און פראבלעמען, דארפסטו גוט וויסן אז די גאנצע כוונה פונעם אייבערשטן איז נאר דיך צו דערוועקן זאלסט צוריקקומען צו אים, אבער דו דארפסט געדענקען אז אויף די וועלט האט דער מענטש שטענדיג א בחירה צו ער זאל טוען גוטס אדער נישט, ביז צומאל טוט זיך דער בעל דבר שטארקן דורך דעם דווקא צו צוברעכן דעם מענטש מיט מרה שחורה און עצבות ביז ער פאלט דורך דעם מער אראפ. וועגן דעם דארף מען זיך שטארקן א יעדע מאל ווען ס'קומט אויפן מענטש א יראה און א פחד פון צרות ויסורים, סיי פון זיינע אייגענע, סיי וואס גייט דורך אויף אנדערע, זאל ער זעהן אז די יראה זאל זיין נאר צום גוטן אז ער זאל מורא האבן פון השם יתברך און ער זאל נאר צוריקקומען צו איהם. דאס מיינט אז ער זאל זייער נזהר זיין אז וויבאלד זיינע מחשבות ווילן איהם נאר מחליש דעת זיין און איהם מער אראפווארפן, דורך דעם וואס ער וועט אראפפאלן ביי זיך פון די צרות וואס גייען דורך אויף איהם אדער אויף אנדערע, דארף ער זיך גלייך שטארקן קעגן דעם און ער זאל זיך מחזק זיין מיט די אלע וועגן פון התחזקות וואס די אמת'ע צדיקים פון יעדן דור און דור האבן אונז מחזק געווען. און דעמאלטס וועט זיין די יראה נאר צום גוטן, אז ער וועט נאר מורא האבן פון השם יתברך אליין און דווקא דורך דעם וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו אמת'ע תשובה און צו גרויס שמחה. טו דארפסט וויסן אז יעדן טאג שיקט דער אייבערשטער נייע ישועות צו ראטעווען דעם מענטש פון וואס ער דארף געראטעוועט ווערן. דערפאר דארף מען זיך אינגאנצן נישט מבלבל זיין פון איין טאג צום צווייטן, ווייל ווער ווייסט ווי גרויס איז די נייע ישועה וואס דער אייבערשטער גייט דיר שיקן דעם היינטיגן טאג? אויב אזוי, פארוואס דארפסטו זיך אזוי זארגן? עס איז טאקע אמת אז ביז נעכטן איז דיר דורך געגאנגען אלע מיני צרות מיט יסורים וכו', אבער וואס ווייסטו וואספארא נייע ישועות וועלן קומען אויף דיר היינט, אויב דו וועסט אויסדרייען דיין פנים צו השי"ת און דו וועסט פארגעסן פון דיין גאנצע פארגאנגענהייט? דערפאר, מיין געליבטער, טייערער ברודער! זיי נישט קיין בטלן, און הייב אן פון דאסניי און זאלסט שטענדיג אנטלויפן צו השי"ת און דעמאלטס וועסטו ארויפציען אויף דיר פון יעצט אן און ווייטער די זיסע ליכטיגקייט פון די שכינה אויף אייביג. * * * תם ונשלם שבח לא-ל בורא עולם
|