|
בריוון פונעם ספר שו"ת אשר בנחל בעזרת השם יתברך יום ששי ערב שבת קודש לסדר תזריע מצורע ה' תשל"ד ששון ושמחה ישיגו וירדפו אל אהובי, אחי ורעי, הבחור היקר לי מאד, שותה ממי הנחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח. טייערער חבר, געלויבט איז השם יתברך וואס האט אונז אזא גרויסן חסד חנם געטון און מיר האבן זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן, טוב להודות להשם יתברך על כל החסד חנם שעשה עמנו, איינס פון די יסודות פון הייליגן רבי'ן איז מען זאל זיך תמיד משמח זיין ווי עס זאל נאר נישט דורך גיין אויף דעם מענטש אויף די וועלט, דען מצוות השמחה איז איין מצוה וואס איז כולל אלע מצוות, דער אריז"ל האט דערציילט זיינע תלמידים דאס דער עיקר וואס ער האט זוכה געווען צו קומען צו זיינע גרויסע מדרגות איז געווען צוליב די מצוה פון שמחה, ביי יעדע מצוה וואס ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין, איז ער געווען זייער פרייליך (עי' בתחילת ספר חרדים). דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה סימן א'): ווען א מענטש טוט א מצוה מיט שמחה איז דאס א סימן דאס זיין הארץ איז גאנץ צו השם יתברך, די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי סוכה פרק ה' הלכה א'): אין רוח הקודש שורה אלא על לב שמח, רוח הקודש טוט נישט רוהען נאר אויף א פרייליך הארץ, ווארום ווען דער מענטש געוואוינט זיך איין תמיד פרייליך צו זיין, איז ער זוכה צו א באזעסענעם מוח (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן י'):, און ווען דער מענטש האט א באזעסענעם מוח ווערט ביי אים נתגלה דער אמת, דאס עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער השם יתברך, דען די גאנצע וועלט איז א לבוש פאר געטליכקייט, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, און ווען דער מענטש איז זוכה צו קומען צו די ידיעה דאס אלץ איז אלקות און אלקות איז אלעס, כי הוא יתברך מחיה ומהוה הכל, דאן ווייסט ער שוין קלאר דאס עס איז קיין יאוש נישט פארהאנען ווייל (תהלים קל"ט): אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך", מ'קען טרעפן השם יתברך אין יעדן מצב, און אין אלע מקומות, און אזוי ארום עפענט מען אויף דאס מויל און מען רעדט צו אים וואס דאס הייסט התבודדות, וואס דאס איז א בחינה פון רוח הקודש, (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן קנ"ו): אויך זאגן די חז"ל איזהו עשיר השמח בחלקו, דען דער שלימות פון עשירות איז נאר השמח בחלקו, ער פריידט זיך מיט דעם וואס ער האט אזוי ווי דער תם הקדוש (סיפורי מעשיות מעשה ט'): איז תמיד פרייליך געווען און ער האט זיך מחיה געווען מיט וואס ער האט געהאט און דייקא דורך דעם איז ער געקומען צו זיינע גרויסע מדריגות, אין תנא דבי אליהו רבה (פרק כ"ט) שטייט: יעשה אדם מצוותיה של תורה בשמחה ותחשב לו לצדקה, א מענטש זאל טון די מצוות פון די תורה בשמחה וועט אים די שמחה אליין פאררעכנט ווערן אזוי ווי ער האט געטאן צדקה. איבער דעם טייערער חבר שטארק זיך איצט זייער אין שמחה זיי מקיים די מצוות יעדן טאג מיט גרויס שמחה, ווי ציצית, תפילין, שבת, צדקה, ברכת המזון, והשלש תפילות שחרית מנחה מעריב וכו' וכו', און זעה צו טאנצן אלע טאג, האב פאר קיינעם קיין מורא נישט, השם יתברך איז מיט דיר, ביי דיר, נעבן דיר, דערצייל אים אויס דיין גאנץ הארץ יעדן טאג, און חז"ל זאגן (מדרש רבה פ' בלק): שכל מי שחוטא ואומר חטאתי אין רשות למלאך ליגע בו, א יעדער וואס האט געזינדיגט און זאגט פאר השם יתברך איך האב געזינדיגט, האט קיין מלאך נישט קיין רשות אים אנצורירן, ביי השם יתברך איז זייער זייער חשוב דיבורים זעה דאס מקיים זיין אלע טאג "שמחה והתבודדות", וועט דיר תמיד גוט זיין. מחמת טירדות ערב שבת קודש אקצר. ידידך.... בעזרת השם יתברך יום שלישי לסדר שלח ה' תשל"ה שלום וברכה לידיד נפשי, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח לנצח נצחים. מכתבך לנכון קבלתי. מיין טייערער... שיחיה, בזה העולם דארף מען האבן א יעדן טאג נייע חיזוק, ווייל יעדן טאג גייט איבער אויף יעדן איינעם נייע בלבולים, און נייע ירידות, און ווען נישט דאס וואס השם יתברך האט אונז אנגעגרייט דעם רבי'ן ז"ל, וואלטן מיר אינגאנצן פארלוירן געווארן חס ושלום, איבער דעם דארפן מיר געבן יעדן טאג פאר השם יתברך א תודה והודאה אויף די גרויסע חסדים און נסים וואס ער האט מיט אונז געטון, בפרטי פרטיות וואס מיר ווייסן פון אזא גרויסן צדיק וואס טוט אונז מחיה זיין און מחזק זיין און איז אונז מגלה דאס "אין שום יאוש בעולם כלל", און אפילו אין אונזער נידעריגע מקומות קען מען זיך אויך מקרב זיין צו השם יתברך, ובפרט דורך די גרינגע עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען וואס דאס איז "התבודדות", זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס פאר אן אמת'ן גוטן פריינד. און וויסן טייערער ... נרו יאיר זאלסטו וויסן, דאס אויף די וועלט איז נישט דא קיין אנדערע עצה ניצול צו ווערן פון וואס מען דארף ניצול ווערן ווי נאר די הייליגע עצה זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, ווי פאר איין אמת'ן גוטן פריינד כי (משלי כ"א): "אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ה'", א זאך וואס איז נגד ה' דאס הייסט נישט מקושר צו השי"ת, איז נישטא דא אין דעם קיין חכמה קיין תבונה קיין עצה, סוף כל סוף וועט דיר השם יתברך אויך העלפן און דו וועסט געפונען דיין זווג און דו וועסט אויפבויען א בית נאמן בישראל, דערווייל זיי נאר פרייליך און לאז נישט צו צו דיר דאס עצבות אפילו איין רגע, ווייל עצבות איז די סטרא אחרא, און זעה צו טאנצן אלע טאג חק ולא יעבור אן קיין חכמות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן י'): על ידי המחאת כף וריקודים ממתיקים את הדינים, דורך דעם טוט מען ממתיק זיין די דינים. הדורש שלומך באהבה רבה... * * * בעזרת השם יתברך יום חמישי לסדר דברים ה' תשל"ה הימים אשר יתהפכו בקרוב לימי שמחה וגאולה, שלום וברכה וכל טוב סלה יגיעו וירדפו אל אהובי אחי היקר, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח. טייערער ברודער מען דארף זיך זייער זייער מחזק זיין אין די טעג פון גלות השכינה בכלליות און בפרטיות, וואס ר' נתן ז"ל זאגט (ליקוטי הלכות הודאה הלכה א'): אז גלות השכינה בכלליות ובפרטיות איז טייטש ווען עס הערשט עצבות אין דער וועלט בכלל, און ביי יעדן מענטש בפרט, און די עצה ארויס צו נעמען די שכינה פון גלות איז נאר דורך שמחה, ווען א יחיד איז זוכה און איז זיך מחזק אין אמת'ע שמחה, דורך דעם טוט ער א טובה פאר די גאנצע וועלט בכלל, און ביי זיך בפרט, איבער דעם טייערער ברודער שטארק זיך זייער מיט שמחה, וועט דאס דיר זייער צוניץ קומען ברוחניות ובגשמיות, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה סימן א'): מי שהוא שמח תמיד על ידי זה הוא מצליח, עס איז א גרויסע הצלחה פאר א איד ווען ער פריידט זיך, און דער שמחה דארף זיין בחינת (תהלים צ"ז): שמחו צדיקים בה' וגו', פרייען זיך מיט השם יתברך, ווארום עס איז נישט דא נאך קיין שמחה אויף דער וועלט ווי די שמחה וואס דער מענטש דארף זיך פרייען דאס ער האט זוכה געווען "שלא עשני גוי", אשרינו מה טוב חלקינו, דאס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבי'ן וואס לייכט אונז אין אונזער פינסטערניש, חבלים נפלו לנו בנעימים, שטארק זיך זייער זייער זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, און דערצייל אים יעדן טאג אלץ וואס דו דארפסט און וואס עס גייט אויף דיר איבער. ידידך... * * * בעזרת השם יתברך יום ראשון לסדר נצבים וילך ה' תשל"ה שלום וברכה לידיד נפשי הבחור היקר לי מאד, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח. איך קום דיר מבשר זיין א בשורה טובה דאס ברוך השם עס האט זיך אפגעזוכט די אבידה, דיין באנק האט מיר געשיקט אן אנדערן טשעק, ברוך השם וואס ער האט ביז יעצט געהאלפן און די הדפסה האט נישט קיין שאדן, טייערער ברודער יעצט איז די טעג פון אלול, וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן פ"ח): דאס עס זוכט זיך אפ די אבידות, אויך זאגט דער הייליגער רבי (שם חלק א' סימן קפ"ח): דאס אלע אבידות זענען ביים צדיק, איבער דעם לאמיר זיך פארנעמען פון דאסניי מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, און מקיים זיין זיינע הייליגע עצות, ובפרטיות רעדן מיט השם יתברך אלע טאג, און אויסדערציילן בפרטי פרטיות אונזער הארץ פאר השם יתברך, ועל כולם דארף מען זיך זייער זייער שטארקן מיט מצוות השמחה דאס שלא עשני גוי, און אויך מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבי'ן. ברודער הארציגער שטארק זיך זייער און זיי פרייליך, סוף כל סוף וועט דיר השם יתברך אויך העלפן און די וועסט, אם ירצה השם, אנקומען אויפן הייליגן רבינ'ס ציון, און זאלסט וויסן דאס גאט ברוך הוא פירט די וועלט מיט השגחה פרטי פרטיות און (חולין ז:): אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אין כן מכריזין עליו מלמעלה, א מענטש צוקלאפט נישט זיין קליינעם פינגער נאר אויב מען רופט אויס פון אויבן, לייג זיך אריין אין די אמונה הקדושה, צו וויסן אז עס איז בכלל נישט דא קיין שום מציאות אן השם יתברך, און ער פירט אלעס מיט א גרויסן חשבון, און אלעס איז שוין אנגעצייכנט אויבן, דעם טאג, דעם שעה, און די רגע ווען דו וועסט זיין אויפן הייליגן רבינ'ס ציון, זארג גארנישט, דו וועסט אם ירצה השם אנקומען בשלום, און דו וועסט דארט פועל'ן אלץ וואס דו ווילסט, דער אייבערשטער וועט דיר שיקן א רפואה אויף די פוס, און ברמ"ח אבריך ושס"ה גידיך, נאר זיי פרייליך און לאז נישט צו ביי דיר די עצבות און מרירות, אפילו איין רגע ממש, אשרינו און פארט אשרינו אז מיר האבן אזא גרויסן רבי'ן, וואס לערנט מיט אונז אזוינע הייליגע עצות און התחזקות. ידידך... איך פאר יעצט ארויס קיין ארץ ישראל, און נאכדעם וועל איך אם ירצה השם זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומן, און איך וועל דיר דארטן מזכיר זיין לטובה. * * * בעזרת השם יתברך יום ששי ערב שבת קודש לסדר ויגש ה' תשל"ו שלום וברכה וכל טוב סלה יגיעו וירדפו אל אהובי, אחי ורעי, הבחור היקר לי מאד, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר. דיין בריף מיט'ן סכום הגון להדפסה האב איך ברוך השם דערהאלטן, אשריך ואשרי חלקיך וואס דו נעמסט אנטייל אין די הייליגע מצוה פון הדפסה, ובפרט אזוינע נייע ספרים וואס זענען צוגעפאסט צום היינטיגן דור, צו די פראבלעמען פון בחורים וכו' וכו' און ברוך השם, השם יתברך האט אונז געהאלפן נאך גרויסע נסים, דאס דער ספר "שמירת הזמן" איז אפגעדרוקט געווארן, עס איז געווען א שריפה אין דרוק ווען מען האט געהאלטן אינמיטן דרוקן דעם ספר און רוב דרוק איז פארברענט געווארן, און בדרך נס נפלא איז דעם ספר גארנישט געשען, טייערער ברודער עס איז פון מיין זייט א גרויסע עולה וואס איך האב די גאנצע צייט נישט געשריבן נאר וואס זאל איך טאן דאס ליידער איז דא אזוי פול, צובראכענע נפשות, און קיינער וויל זיך נישט מיט זיי פארן און השם יתברך האט געפירט סיבות לטובה, זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן און עס איז זייער נויטיג צו רעדן מיט זיי און זיי מחזק זיין. טייערער ברודער אשרינו ואשרי חלקינו דאס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבי'ן, וואס טוט אונז מחי' און מחזק זיין, און מאכט אונז זייער פרייליך און ברענגט אונז צוריק צו השם יתברך, למען השם זעה צו רעדן א יעדן טאג מיט השם יתברך מיט תמימות ופשיטות, און דערצייל אים אלעס אויס אזוי ווי מען דערציילט אן אמת'ן גוטן פריינד, מוצאי שבת קודש וועט, אם ירצה השם זיין די סעודת הילולא פון הייליגן ר' נתן ז"ל, איך וועל בעטן די בחורים זאלן דיר שיקן א טעיפ דערווייל שטארק זיך זייער, אם ירצה השם נאך שבת וועל איך דיר שרייבן. ידידך... * * * תם ונשלם שבח לא-ל בורא עולם א גרויסע און וואונדערליכע סגולה אויף תיקון עוונות, רפואה, פרנסה און פאר הצלחה אין אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות וואס דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע האט מגלה געווען, איז צו זאגן די פאלגנדע צען קאפיטלעך תהילים אין די סדר: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ.
יום ששי ערב שבת קודש לסדר תזריע מצורע ה' תשל"ד |